ס'איז אַן ערנסטע סיטואַציע! װאַרפֿט אַרויס די ראַסיסטן – נעמט ארײַן די פֿעמיניסטן!

מיר דאַרפֿן שאַפֿן אַן אָפֿענער אײ-פֿ װוּ מענטשן-רעכט, גלײַכרעכטיקייט און סאָציאַלער יושר זײַנען אויפֿן שפּיץ אַגענדע. װען אַנדערע מענטשן פּראָבירן צו באַגרענעצן אונדזערע רעכטן דאַרפֿן מיר זײַן װוּ מע מאַכט די באַשלוסן. עס דאַרף זײַן פֿעמיניסטן אין מאַכט-פּאָזיציעס. װאַרפֿט אַרויס די ראַסיסטן – נעמט ארײַן די פֿעמיניסטן!

מיר דאַרפֿן שאַפֿן אַן אָפֿענער אײ-פֿ װוּ מענטשן-רעכט, גלײַכרעכטיקייט און סאָציאַלער יושר זײַנען אויפֿן שפּיץ אַגענדע. װען אַנדערע מענטשן פּראָבירן צו באַגרענעצן אונדזערע רעכטן דאַרפֿן מיר זײַן װוּ מע מאַכט די באַשלוסן. עס דאַרף זײַן פֿעמיניסטן אין מאַכט-פּאָזיציעס. װאַרפֿט אַרויס די ראַסיסטן – נעמט ארײַן די פֿעמיניסטן!

מע דאַרף באַטראַכטן די וואַלן צום אייראפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין דער ליכט פֿון דער מאָביליזאַציע פֿון ראַסיסטישע, נאַציסטישע און פֿאַשיסטישע פּאַרטײען איבער אײראָפּע. אַ סך פֿון די דאָזיקע פּאַרטייען זייַנען שוין דאָ אין דעם אייראָפּעישן פּאַרלאַמענט און עס איז פֿאַראַן אַ גרויסע ריזיקע אַז נאָך מער פֿון זיי וועלן נעמען זיצן נאָך די וואַלן. אויב מען באַמיט זיך ניט גענוג צו פֿאַרהיטן סטרוקטורעלע דיסקרימינאַציע וועלן ראַסיסטישע און קאָנסערוואַטיווע קראַפֿטן מצליח זײַן. מיר דאַרפֿן ווערן נאָך מער אמביציעז ווען עס קונמט צו דער אַרבעט פֿאַר דעמאָקראַטיע און מענטשן-רעכט פֿאַר יעדער איינער. איצט זײַנען נייַע פֿעמעניסטישע פּאַרטייען כּסדר געגרינדעט געוואָרן איבער אייראָפּע און צוזאַמען האָבן מיר דעם ציל צו שאַפֿן אַ פֿעמיניסטישע פּאַרטיי-גרופּע אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.

פֿעמיניסטישע איניציאַטיוו איז אַ ברירה פֿאַר די וואָס ווילן זען אַן אַנדערע אַנטוויקלונג. אונדזער פּאָליטיק איז געבױט אױף גלייַכרעכטיקייט, מענטשן-רעכט און פֿרייַהייט פֿון דיסקרימינאַציע. מיר ווילן אינוועסטירן אין דער פֿאַרזאָרג-סיסטעם, עקאָלאָגיע, צוטריטלעכקייט און מענטשן-זיכערקייט.

מיר מיינען אַז דער בילד פֿון שוועדן און אייראָפּע ווי אַ גן-עדן פֿון גלײַכרעכטיקייט איז אַ פֿאַלשער. אַ בילד וואָס פֿאַרקלענערט פּראָבלעמען און שטייט אין דעם וועג פֿון אמתדיקער פֿאַרענדערונג. אַ בילד וואָס ווערט אױסגעניצט פֿון נאַציאָנאַליסטן כּדי צו באַשרייַבן אונטערדריקונג פֿון פֿרויען ווי אַן אויסלענדישע פּראָבלעם. זיי ניצן די רעכט פֿון פֿרויען ווי אַ טענה פֿאַר שליסן די גרענעצען. בשעת-מעשׂה האָבן זיי אַליין דעם פֿײַנטלעכסטן פּאָליטיק קעגן פֿרויען. זײ ניצן אויך קולטור אויס, האַלטנדיק אַז זי זאָל זײַן איינהייטלעך אין יעדן לאַנד, כּדי צו קאָנסטרוירן גרענעצען צווישן מענטשן.

מיר ווילן אַ וועלט אָן גרענעצען, אַן אָפֿענע אײראָפּע וווּ די מענטשן-רעכט פֿון פּליטים און פּאַפּירלאָזע ווערט צופֿרידנגעשטעלט. מיטן איצטיקן מיגראַציע-פּאָליטיק קענען מענטשן פֿונעם רײַכן טייל וועלט פֿרײַ אַרוםפֿאָרן, בשעת פּליטים ריזיקירן זײערע לעבענס צו קומען קיין אייראָפּע. שטרענגע פֿאָדערונגען פֿאַר וויזעס באַפֿעסטיקן דעם אומבאַלאַנס פֿון מאַכט צווישן מלוכות און מאַכן די עקספּלואַטאַציע פֿון מענטשן מיגלעך. העכערע מױערן און געשלאָסענע גרענעצען רופֿן טרעפֿיקינג און אַ וואַקסנדיקע גלאָבאַלע סעקס-אינדוסטריע אַרויס.

מענערס רציחה קעגן פֿרויען באַגרענעצט די פֿרײַהייט פֿון פֿרויען, אי אין דער הײם, אי אין דער עפֿנטלעכע סבֿיבֿה. כּדי בטל צו מאַכן די רציחה דאַרף מען אַ פֿעמיניסטישע אַנאַליז אויף יעדן טײל פּאָליטיק און ערנסטע אָנשטרענגונגען אין איי־פֿ. פֿרויען באַקומען ווייניקער שׂכירות פֿון מענער און האָבן בכּלל אומזיכערע באַשעפֿטיקונגען. דער אַרבעט-מאַרק דאַרף זײַן זיכערער און פֿרײַ פֿון דיסקרימינאַציע. מע ריכט זיך בכּלל אַז פֿרויען זאָלן טראָגן די הויפּט-פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט װען עס קומט צו קינדער, קראַנקע און אַלטע. אַלע פֿרויען דאַרפֿן האָבן די מיגלעכקייט צו קאָמבינירן מישפּחה מיט אַרבעט. דערפֿאַר איז אַ גוטער פֿאַרזאָרג-סיסטעם אי פֿאַר אַלטע, אי פֿאַר קינדער וויכטיק.

אײ-פֿ איז אַ װיכטיקע אַרענע צו שאַפֿן אַן אויסגעהאַלטענע וועלט און צו פֿאַרהיטן די פֿאַרפּעסטיקונג פֿון דער נאַטור-סבֿבֿה. מע דאַרף בויען דעם קלימאַט-פּאָליטיק אויף אַ גרונט פֿון אי גלאָבאַלער סאָלידאַריטעט אי אַ גלײַכמאָסיקער און יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון רעסורסן צװישן די אײ-פֿ-לענדער. דער ניװאָ פֿון אַמביציע פֿונעם קלימאַט-פּאָליטיק פֿון אײ-פֿ האָט אַ גרויסע דעה בײַ סײַ דעם אינטערנאַציאָנעלן סײַ דעם שװעדישן פּאָליטיק פֿון קלימאַט און נאַטור-סבֿבֿה. די קומענדיקע יאָרן זײַנען די לעצטע כּדי צו האַלטן די גלאָבאַלע טעמפּעראַטור אונטער קאַטאַסטראָפֿאַלע ניװאָען.

דער ערדאַרבעט-פּאָליטיק פֿון אײ-פֿ פֿינאַנצירט אַ ניט עקאָלאָגישע ערדאַרבעט װען עס קומט צו אי אָרגאַנישע, אי עקאָנאָמישע אַספּעקטן, און אָן אַדעקװאַטן שיץ פֿאַר חיות. אָנשטאָט דעם, זאָלן די עקאָנאָמישע מיטלען װערן צעטײלט איבער די עטישע און עקאָלאָגישע פֿאַרמען, װעלדערײַען און פֿישערײַען. אײ-פֿ פֿאַרשװערט פֿאַר אָרעמע לענדער צו דערשלאָגן זיך צום אײראָפּעישן מאַרק. עס איז אַ פֿאַרקערטער ראָבין הוד-פּאָליטיק. מיר װילן גאַראַנטירן די אָרעמע לענדער צוטריט צום מאַרק פֿון אײ-פֿ.

מיר דאַרפֿן באַקעמפֿן דעם דעמאָקראַטישן דעפֿיציט און ממשלוה פֿון מענער אין אײ-פֿ מיט אַ פּאָליטיק װאָס אָנערקענט די פֿאַרבינדונג צװישן דעמאָקראַטיע און מענטשן-רעכט. מיט פֿעמיניסטן און אַנטי-ראַסיסטן אין בריסל װעלן דער פּאָליטישער סדר-היום זיך פֿאַרענדערן.

עפֿנט די גרענעצען

כּל-זמן די װעלט איז כאַראַקטעריסירט פֿון אומיושר – למשל מילחמות, מלוכישע אונטערדריקונג, רדיפֿות, אָרעמקײט, רציחה, סעקסועלע באַעװלונגען און הפֿקר – װעלן מענטשן באַשלוסן צו פֿאָרן איבער גרענעצען אָדער אַנטלויפֿן כּדי צו געפֿינען שיץ און אַ װערטיקער לעבן אין אַן אַנדער לאַנד. פֿעמיניסטישע איניציאַטיװ מײנט אַז אַ זיכער לעבן זאָל זײַן אַ רעכט און מיגלעכקײט פֿאַר יעדער מענטש.

אַן אײראָפּע פֿאַר שולם

מע זאָל בטל מאַכן אַלע פּלאַנען אויף אַ מיליטער-פּאַקט, אַ בשותּפֿותדיקע אַרמײ און מיליטערער באַװאָפֿענונג. די לענדער פֿון אײראָפּע זאָלן אַרבעטן פֿאַר שולם אױף דער װעלט דורך יושרדיקן האַנדל, דיפּלאָמאַטיע און סאָציאַלע אינװעסטיעס – ניט דורך מיליטער-פּאַקטן און װאָפֿן-פּראָגראַמען. מאַכט דעם װאָפֿן-עקספּאָרט בטל און שטעלט די װאָפֿן-אינדוסטריע איבער צו ציװילער פּראָדוקציע.

שיצט די דעמאָקראַטיע

אין געװיסע אײ-פֿ-לענדער פֿאַרקלענערט זיך די דעמאָקראַטיע. דאַרפֿט מען אַ קאָנטראָל-מעכאַניזם כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די אײ-פֿ-לענדער פֿאָלגן די מיטגלידשאַפֿט-קריטעריעס. אַ מיטגלידשאַפֿט זאָל טראָגן מיט זיך שולדיקײטן. עובֿר צו זײַן אויף מענטשן-רעכט זאָל זײַן אַ גרונד פֿאַר דורכפֿירן סאַנקציעס.

פֿרײַהייט פֿון רציחה און סעקסועלער עקספּלואַטאַציע

מענערס רציחה קעגן פֿרויען איז דער גרעסטער זיכערקייט-פּראָבלעם אין אײראָפּע. מיר װילן אַן אײראָפּע פֿרײַ פֿון טרעפֿיקינג און פּראָסטיטוציע. דאַרפֿן מיר פֿאַרשאַרפֿן די אַרבעט קעגן רציחה.

אַ צוטריטלעכע אײראָפּע

ס’זאָל זײַן פֿרײַע באַװעגלעכקײט אין אײראָפּע, אויך פֿאַר די מיט פֿיזישע און פּסיכישע שוועריקייטן. מע זאָל באַטראַכטן אומדערגרייכלעכקײט װי דיסקרימינאַציע און מע דאַרף פֿאָלגן די פֿ-פֿ-קאָנװענץ װעגן די רעכטן פֿאַר די מיט פֿיזישע און פּסיכישע שוועריקייטן, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז יעדער מענטש, אומאָפּהענגיק פֿון פֿונקציאָנאַליטעט, װעט קענען פֿאָרן ארבעטן און שטודירן אין דער אײ-פֿ, און אויך, אָן קײן הינדערן אָנטײלנעמען אין װאַלן און אַנדערע דעמאָקראַטישע פּראָצעסן.

אַקטיװע גלײַכרעכטיקײט-אַרבעט

עטאַבלירט אײן אײ-פֿ-קאָמיסיאָנער פֿאַר גלײַכרעכטיקײט און אײן פֿאַר אַנטי-דיסקרימינאַציע. גיט די פֿראַגעס װעגן גלײַכרעכטיקײט סטאַטוס און פּריאָריטעט אינעם פּאַרלאַמענט. מע זאָל טאָן גרונטיקע גלײַכרעכטיקײט-אַנאַליזן פֿון די יערלעכע בודזשעטן פֿון אײ-פֿ. יעדער מיטגליד-לאַנד און יעדער אײ-פֿ-אָרגאַן דאַרפֿן באַקומען דירעקטיװן צו פֿאַרריכטן די אונטעררעפּרעזענטירונג פֿון פֿרויען און מינאָריטעטן אין באַשלוס- און נאָמינירונג-פּראָצעסען.

סעקסואַליטעט, אידענטיטעט און געזונט פֿון רעפּראָדוקציע

אין עטלעכע אײ-פֿ-לענדער איז דער אַבאָרט-רעכט באַגרענעצט געװאָרן מחמת סאָציאַל-קאָנסערװאַטיװע און נאַציאָנאַליסטישע קראַפֿטן. אַזעלכע קראַפֿטן מיען זיך אויך צו באַגרענעצן דעם רעכט פֿון להט”ב-פּערזאָנען צו האָבן אַ משפּחה-לעבן און אַן אָפֿענע לעבן אָן סכּנות און רציחה. דערצו נעמט מען צו בײַ טראַנס-פּערזאָנען דעם רעכט צו זײערע אײגענע גופֿים דורך, למשל, געצװוּנגענער סטעריליזירונג. עס איז שוין לאַנג צײַט אָנצוהײבן באַטראַכטן אַלײן-באַשטימונג װעגן דעם אײגענעם גוף און דעם רעכט צו אַן אָפֿענער לעבן אומאָפּהענגיק אין סעקסואַליטעט, מין-אידענטיטעט און מין-אויסדרוק װי אַ באַשײַמפּערלעכן מענטשן-רעכט.

קינדערגאָרטן און קינדערפֿאַרזאָרג פֿאַר אַלע

דער דוחק אין קינדערגאָרטנס און קינדערפֿאַרזאָרג איז אָפּהענגיק אין דער אידײע, אַז דער מאַן איז דער בעל-חיונה און די נאָרמע אין דעם אַרבעט-לעבן. אָט דאָס איז אַ גרויסע מניעה פֿאַר גלײַכרעכטיקע באַציונגען און עקאָנאָמישער אַנטװיקלונג. מע דאַרף אויסברײטערן קינדערגאָרטנס און קינדערפֿאַרזאָרג איבער דער גאַנצער אייראָפּע. די װיכטיקסטע זאַך זאָל זײַן קינדערס רעכט צו פֿאַרזאָרג און אָנטײלנעמונג.

אַ פֿעמיניסטישער קלימאַט-פּאָליטיק

פֿעמיניסטישע איניציאַטיװ האָט אַ װיזיע װעגן אַן עקאָלאָגישן ענערגיע-סיסטעם געבויט אויף באַנײַענדיקע מינים רעסורסן און מינימאַלען אַרויסשטויס פֿון אָראַנזשעריע-גאַזן. ער איז אַ סיסטעם װוּ רעסורסן זײַנען יושרדיק צעטײלט געװאָרן אין סאָלידאַריטעט מיט קומענדיקע דורות. מיר דאַרפֿן זיך ענדערן און ספֿקן אין דער אידײע װעגן כּסרדיקען עקאָנאָמישן װוּקס און װאַקסנדיקע קאָנסומפּציע. דער פֿאַרבאַנד דאַרף אינװעסטירן אין באַנײַענדיקע מינים ענערגיע, אַ קאָאָרדינירטער באַן-נעץ און צו אָפּשטעלן יאָדער-ענערגיע און דעם באַניץ פֿון פֿאָסילע ברענװאַרגן. פֿ! װיל אויך אַן ערדאַרבעט, אַן עקאָלאָגישע, אין װעלכע מע גיט אַכט אױף און אַנטװיקעלט די ענינים װעגן שיץ פֿאַר חיות .

אַ פֿעמיניסטישע עקאָנאָמיע

מיר זעען װי אַזוי נאָך און נאָך מער אײראָפּעישע לענדער באַשלוסן צו מאַכן עקאָנאָמישע אינטערעסן זײער ערשטע פּריאָריטעט אָנשטאָט מענטשן-רעכט. עפּעס װאָס װירקט בפֿרט אױף די מאַרגינאַליזירטע גרופּעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. מע טאָר קײן מאָל ניט געבן עקאָנאָמישע אינטערעסן פּריאָריטעט איבער מענטשלעכע נײטיקײטן. עס װערט געװײנטלעכער אַז װיכטיקע עקאָנאָמעישע פֿראַגעס װערן באַשלוסן אויף אַ ניט דעמאָקראַטישן אופֿן. די אָפֿשאָר פֿינאַנס-צענטערס דאַרפֿן פֿאָלגן די געזעצן פֿון אײ-פֿ און מיר דאַרפֿן בטל מאַכן די ספּעקולאַציע-עקאָנאָמיע.